Maalos Album - Preview | מעלות - תקציר האלבום

Report video

Maalos Album - Preview | מעלות - תקציר האלבום

Reason

2.1K views · 7 months ago · Other

Available Everywhere: https://album.link/Maalos די חסידישע מוזיק וועלט באגריסט מיט עקסטאז און פרייד די אזוי לאנג-ארויסגעקוקטע ערשיינונג פון 'מעלות'. עכט חסידישע לידער קאמפאזירט דורך מלחין בחסד עליון הרה"ח ר' אלימלך בלומענבערג הי"ו, וועלכע דרוקן אויס די טיפסטע געפילן דורך הערליך-אראפגעשפילטע נגינה שבח והודאה, ניגוני רגש וכיסופין וועלכע ערוועקן דעם הארץ און נשמה צום באשעפער, הערליך-אראפגעזונגען דורך די שענסטע היימישע און לויטער חסידישע שטימעס ביים היימישן ציבור ווי ר' זאנוויל וויינבערגער, ר' יענקי דאסקאל, ר' אהר'לע סאמעט, ר' יששכר גוטמאן, ר' וואלוי האס און ר' אייזיק האניג. די קאמבינאציע פון די אויסערגעווענליכע טאלאנטפולע קולות ברענגט צום טיש די סאמע שענסטע אראפגעזונגענע ווערק וואס דער היימישער עולם האט נאר אמאל בייגעוואוינט. לאנגיעריגע מוזיקאלישע מבינים דרוקן אויס געוואלדיגע התפעלות אויף דעם פראדוקט, זאגנדיג אז די חסידישע מוזיק וועלט האט אזוינס נאכנישט געזען. אויף דער מוזיקאלישער פראדוקציע האבן מנצח געווען די גרעסטע ריזן און מומחים אין דעם געביט, וועלכע האבן טאקע אהערגעשטעלט די סאמע מערסט-פראפעסיאנעלע און קוואליטעטפולע מוזיק און סאונד. דער אלעמען בארימטער ר' אברהם יצחק גאלדמאן, זון פונעם אומפארגעסליכן ר' משה גאלדמאן ע"ה, ר' חיים יצחק ברענגט מיט זיך א שלימות צו נגינה און געזאנג

Originally published on YouTube by shiezoli. Jewish Social Media links to and embeds the original — it doesn't host this video. Request removal

0 comments

    Loading comments…